TEXTS


The legacy of the saviors in the languages of their places of origin:


The legacy of the saviors (Yiddish)
די ירושה פֿון די רעטערס
Translation: Itzhok Niborski,
professor of Yiddish Literature and Language at the University of Paris.

אין די חורבן – יאָרן , אונטער נאַצישער אָקופּאַציע אין אייראָפּע , האָב איך געהאָלפֿן עטלעכע ייִדן זיך ראַטעווען דאָס לעבן . דורך דעם האָב איך געשטעלט אין סכּנה זיך אַליין און איך האָב ווידערשפּעניקט די דעמאָלטיקע געזעצן , וועלכע האָבן באַשולדיקט ייִדן אין אַל־דאָס בייז און האָבן געהעצט זיי צו רודפֿן , פֿאַנגען און אומברענגען . איך האָב געוווּסט אַז טאָמער דעקט מען מיך אויף , וועל איך טיילן דעם גורל פֿון די פֿאַרפֿאָלגטע . איך האָב כּמעט נישט איבערגעטראַכט און האָב רעאַגירט ווי איך האָב נאָר געקענט אין אָנבליק פֿון די לײַדן און דערנידעריקונגען , אומרעכט און מאָרד . נישט אין עפּעס וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן האָט מען זיי באַשולדיקט , נאָר בלויז אינעם פֿאַקט , וואָס זיי זײַנען געבוירן געוואָרן אויף דער וועלט . מע האָט זיי גערודפֿט צוליב סיבות וואָס זיי האָבן נישט געקענט פֿאַרשטיין ; ממילא זײַנען זיי נישט געווען אין שטאַנד צו באַשיצן זיך אַליין אָדער זייערע קינדער . איך האָב נישט געקענט בלײַבן גלײַכגילטיק . כאָטש זיי זײַנען נישט געווען מײַנע קיין קרובֿים , קיין פֿריינד און צום טייל אַפֿילו נישט קיין באַקאַנטע , האָב איך מיר נישט געקענט לעבן ווײַטער מײַן אייגן לעבן און זיי נישט אויסשטרעקן קיין האַנט . כאָטש זיי האָבן אפֿשר אַנדערש געטראַכט און אַנדערש געגלייבט , אַנדערש גערעדט און אַנדערש אויסגעזען ווי איך , איז מיר קלאָר געווען אַז דאָס זײַנען די אייגענע מענטשן ווי איך . פֿאַרקערט — אין זייערע אַנדערשקייטן האָב איך זיך אַליין דערקענט , ווײַל איך האָב געוווּסט אַז פֿון זייער קוקווינקל בין איך גאָר דער אַנדערשדיקער . מענטשן זענען בטבֿע פֿאַרשיידנאַרטיק . די אונטערשיידן צווישן יחידים און גרופּעס זײַנען אַ שטריך פֿון אונדזער מענטשישקייט . וואָס מע באַגייט קעגן אַנדערע מענטשן איז פּונקט ווי מע וואָלט עס באַגאַנגען קעגן מיר . וואָס עס טוט זיך אַרום מיר איז אַ טייל פֿון מײַן אייגענער אַחריות . איך בין בײַגעשטאַנען דעם נסיון פֿון אָננעמען אַז ס ‘ איז נישטאָ וואָס צו טאָן . און איך בין נישט געווען דער איינציקער . קיין סך זײַנען מיר טאַקע נישט געווען , אָבער דאָך האָבן אַנדערע , אַזוי ווי איך , באַוויזן מיט מעשׂים אַז מע קען אַלע מאָל עפּעס טאָן

פֿאַרשטייט זיך אַז איך האָב מורא געהאַט . פֿאַרשטייט זיך אַז גרינג איז עס מיר נישט אָנגעקומען . פֿאַרשטייט זיך אַז איך האָב זייער אָפֿט געלעבט אין אימה פֿאַר דעם וואָס קען זיך מיט מיר טרעפֿן , און איך האָב געבענקט נאָך מײַן פֿאַרלוירענער רויִקייט . נאָר דאָס איז נישט געווען קיין צײַט אויף צו קרעכצן , לעכצן אָדער זיך פֿאַרגינען שוואַכקייטן . איך האָב געמוזט תּיכּף רעאַגירן אויף די אַרומיקע גרוילן : באַזאָרגן מענטשן מיט מאַלינעס , מיט גוט געפֿעלשטע פּאַפּירן, מיט די נייטיקע שפּײַז , געלט און מעדיקאַמענטן , זיך ראַנגלען אויף טריט און שריט מיט קראַנקייטן און שוועריקייטן , איבערצײַגן אַנדערע מענטשן אַז זיי זאָלן מיר העלפֿן און דערבײַ אויסבאַהאַלטן וואָס איך טו פֿאַר די אויגן פֿון שכנים , פֿרײַנד , באַקאַנטע און קרובֿים וואָס וואָלטן מיך געקענט אויסגעבן . איך האָב געמוזט זאָגן ליגן , אונטערקויפֿן און דערבײַ אָנהאַלטן דעם אָנשטעל פֿון אַ נאָרמאַל לעבן , כּדי נישט צו וועקן קיין פֿאַרדאַכט . כ ‘ האָב געוווּסט אַז מע קען מיך אויפֿדעקן , האָב איך געהאַנדלט עקסט פֿאָרזיכטיק און געהאַט מער מזל ווי אַנדערע : ס ‘ איז מיר געראָטן אָפּצוראַטעווען עטלעכע נפֿשות און מע זאָל מיך נישט דערטאַפּן

מײַן האַנדלונג איז געווען בפֿירוש פֿאַרווערט . איך האָב געבראָכן דאָס געזעץ באַוווּסטזיניקערהייט און מיט פֿעסטער איבערצײַגונג . אין קעגנטייל צו דעם, וואָס דאָס געזעץ האָט פֿון מיר געפֿאָדערט , האָב איך אויסגעקליבן דאָס , וואָס איך האָב געהאַלטן פֿאַר ריכטיק און גוט . אַ געזעץ וואָס טרײַבט צו שלעכטס קען איך נישט אָננעמען . די פּראָפּאַגאַנדע האָט אַפֿילו באַטאָנט אַז עס האַנדלט זיך נישט אין קיין מענטשן , נאָר אין שׂונאים וואָס מוזן פֿאַרשווינדן צוליב טובֿת־הכּלל — בײַ מיר אין די אויגן זײַנען דאָס פֿאָרט געווען די זעלביקע מענטשן ווי איך , מיטן זעלביקן רעכט צו לעבן ווי איך אַליין . פֿאַראַן מאָראַלישע געבאָטן וואָס שטייען העכער פֿאַר יעדן געזעץ . זיי זײַנען אונדזערע וועגווײַזערס . אַזעלכע וועל איך זיך סטאַרען איבערצוגעבן מײַנע קינדער , האָפֿנדיק אַז זיי וועלן זיי ווײַטער איבערגעבן זייערע אייגענע קינדער . דאָס גוטס איז בײַ מיר אַ קלאָרער , פּשוטער געדאַנק , וואָס מע קען אים קורץ איבערגעבן מיט די ווערטער „ האָב ליב דײַן מיטמענטש ווי זיך אַליין “. און פֿאַר אַ מיטמענטש האַלט איך טאַקע יעדן מענטש , וואָס ער זאָל נישט טראַכטן און אין וואָס ער זאָל נישט גלייבן , וואָסער לשון ער זאָל נישט רעדן און ווי ער זאָל נישט אויסזען

אָט דאָס וויל איך איבערלאָזן בירושה . אַזוי האָט מען מיך געלערנט און אַזוי האָב איך זיך אויסגעלערנט . דאָס וואָס איך האָב געטאָן האָט נישט קיין שום מעלה און באַדאַרף נישט קיין באַזונדערע אַנערקענונג . אַזוי האָט מען געדאַרפֿט טאָן

Back to Legacy

Back to Texts

 Back to Openig Page

 

Tuesday 24-Oct-2006 1:40 PM
© 2004-2005-2006 Generaciones de la Shoá